אונגעריש

אונגעריש (אױך אונגאַריש; אויף אונגעריש: magyar - מאַדזשיאַר) איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגערן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגערן וואו עס וואוינען דארט אסאך אונגאריש אפשטאמיגע. אנדערש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגעריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן.

פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגעריש, וואוינען בערך צען מיליאן אין אונגערן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע (וואס נעמט אריין א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגערן פון פארן ערשטן וועלט קריג). אויסער דעם זענען דא אונגעריש רעדער אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.

שריפטסיסטעםרעדאַקטירן

דער אלפאבעטרעדאַקטירן

אונגאריש איז געשריבן מיטן גלחישן שריפט. מערסט פון די אותיות זענען ענלעך מיט ענגליש, אבער עס איז דא א סאך אונטערשיטן, בפרט ביי די קאנסאנאנטן וואס זענען מער קרוביש צו שפראכן ווי פויליש און טשעכיש. די אותיות (מיט א אידישן גלייכווערט) זענען אזוי:

AÁBCCsDDzDzsEÉFGGyHIÍJKLLyMNNyOÓÖŐPRSSzTTyUÚÜŰVZZs
אָאַבּצטשדדזדזשעעיפֿגדיהאיאייקללימנניאוֹאוֹאעאעפּרשׁסטטיאוּאוּאוּעאוּעווזזש

אומלאט (Ö)רעדאַקטירן

דער אומלאט, ווי אין דייטש, איז א וואקאל-צייכן וואס ווייזט אז דער וואקאל איז געזאגט אלס פארבונד פון דעם וואקאל גופא און ״ע״. למשל, דאס אונגארישע ווארט köszönöm (א דאנק) איז אויסגערעדט ווי ״קאעסאענאעם״, מיט דער קאמבינאציע פון ״אע״ אויסגערעדט צוזאמען.

טראפרעדאַקטירן

דער טראפ אין אונגאריש איז שטענדיג ביים אנהייב פון ווארט, אין דעם ערשטען טראף. ווען עס איז דא א אות מיט א אקצענט-צייכן (ווי למשל É), דער טראפ פון ווארט איז נישט געטוישט, ווייל די וואקאל-צייכנען טוישן נאר דעם קלאנג פון אות, און נישט דעם טראפ פון דער ווארט. [1]

געאגראפישע פארטיילונגרעדאַקטירן

ראיאנען אין אייראפע וואו מ'רעדט אונגעריש. באזירט אויף צענזוסן אין די לעצטע יארן און דעם CIA וועלט פאקטבוך 2006

אין די פאלגנדע לענדער רעדט מען אונגעריש אלס מוטער-שפראך:

לאנדרעדערס
אונגערן10 מיליאן (צענזוס 2001 (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
רומעניע
(בעיקר זיבנבערגן)
1,443,970 (צענזוס 2002)
סלאוואקיי520,528 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 16.05.2007 ביי דער Wayback Machine))
סערביע
(בעיקר וואויוואדינע)
293,299 (צענזוס 2002)
אוקראינע
(בעיקר זאקארפאטיע)
149,400 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 01.11.2004 ביי דער Wayback Machine))
פאראייניקטע שטאטן117,973 (צענזוס 2000 (ארכיווירט 12.02.2020 ביי Archive.today))
קאנאדע75,555 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 13.02.2008 ביי דער Wayback Machine))
ישראל70,000
עסטרייך
(בעיקר בורגנלאנד)
22,000
קראאטיע16,500
סלאוועניע9,240
Total12-13 מיליאן
מקור: נאציאנאליע צענזוסן, עטנאלאג

מראה מקומותרעדאַקטירן

  1. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2014-02-13, https://web.archive.org/web/20140213013204/http://www.personal.psu.edu/adr10/hu0.html, דערגרייכט 2014-06-11 

וועבלינקעןרעדאַקטירן


Wiki Baike
וויקיפּעדיע אויף אונגעריש


אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש
🔥 Top keywords: הויפט זייטJDNלאטיין-אמעריקעיחידה:Argumentsיצחק לעבאוויטשאינדאנעזיעאייוועלטוויקיװיקיפּעדיע:בלעטער צו אויסמעקןהילף:אינהאלטשלמה לייב וויינבערגערבראזילמאראקאהמחדשרוסלאנדאברהם לויפערמענדל טייטלבויםMozilla Firefoxיעקב בער טייטלבויםמאנאפאלװיקיפּעדיע:וועגןוויליאם דזשיימס אדאמסמארקעטינגגעשמעלץפאראײניגטע שטאטןסיאטלבעליזאוניווערסיטעט פון ביא-ביאשלמה זאב צווייגענהאפט%D7%A2%D7%96%D7%94 %D7%A4%D7%90%D7%A1בלעק אייד פיסװיקיפּעדיע:קאנטאקט אונדזשטשוריופיטערבאַזונדער:זוכןטעקע:Family trump in the Easter Egg Roll.jpgבאַזונדער:לעצטע ענדערונגעןקאלאניאליזםדעצימאלאייז האקיכינעשלום לאנדאזלמן לייב טייטלבויםמערב וועלטקאַטעגאָריע:דייטשלאנדארגאניזםנחום ראזענבערגיידישסענדער דייטשפיזיקצפון קארעעװיקיפּעדיע:אינהאלטקאַטעגאָריע:נאציזםשלמה קארליבאךגריןפארטאל:אקטועלע געשעענישןזשאבעװיקיפּעדיע:אריינפירדזשיבוטימעדיעוויקישפראךמיטלענדישער ים23סטן אויגוסטנשות הכותלװיקיפּעדיע:מיטא1902װיקיפּעדיע:קאווע שטיבלװיקיפּעדיע:קלארשטעלונגקאמפאסבעלי חייםמוסטער:אויסדערוויילטע ארטיקלעןקילאמעטערצפון אמעריקעמשה יהושע האגערװיקיפּעדיע:פארלאמענטמורדים2000ערגריגארי קאנאוויטש2023 ישראל–כאמאס קריגוויקימעדיע פונדאציעישׂראלקוקיאריקאגלייכונגישראלוויקיפעדיעביזנעסקאנסעפסיאן פראווינץחמשה עשר באביוסי אברהמיפערסענאל קאמפיוטערטראכטןקאַטעגאָריע:מלכי ישראלוויקיווערטערבוךמישעל אבאמאשחיטה אין ווירזשיניע-טעקקול מבשרװיקיפּעדיע:פאליסיס און אנווייזונגעןרענע דעקארט